באידישע וועלט פארומ'ס ע''י הניק למעלה משבעים.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=18&t=15059&p=530412#p530412
א רב איז אמאל אנגעקומען אין שטאט, ווי אידן שמועסן זיך הערט ער גראד.
ער באקומט גאר א מאדנע ברוך הבא, דער גרויסער גנב איז שוין דא.
ער באקומט גאר א מאדנע ברוך הבא, דער גרויסער גנב איז שוין דא.
א גנב ווי אים האט מען נישט געזען דורות, ער האט גע'גנב'עט אלע ספר תורות.
יענע וואך שבת איז עס געשען, ער מיינט אז מ'האט נישט געזען.
יענע וואך שבת איז עס געשען, ער מיינט מ'האט נישט געזען.
דער רב אינגאצן צושוידערט ווערט ער, א מאדנעם בלבול אויף אים הערט ער.
יחיאל האט אים באלד דערקלערט, פון שמואל האב איך עס געהערט.
יחיאל האט אים באלד דערקלערט, פון שמואל האב איך עס געהערט.
---
שמואל שמואל זאג פארוואס, האסטו פאר יחיאל געזאגט נאר דאס.
אז א גנב ווי איך איז שוין נישט געווען דורות, גע'גנב'עט האב איך אלע ספר תורות.
אז א גנב ווי איך איז שוין נישט געווען דורות, גע'גנב'עט האב איך אלע ספר תורות.
שמואל ענטפערט אים גלייך, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אזא זאך.
איך האב געזאגט האסט גע'גנב'עט נאר איין ספר תורה, יחיאל האט צוגעלייגט לכאורה.
איך האב געזאגט האסט גע'גנב'עט נאר איין ספר תורה חילא, האט צוגעלייגט לכאורה.
דער רב אינגאצן צושוידערט ווערט ער, א מאדנע בלבול אויף אים הערט ער.
שמואל האט אים באלד דערקלערט, פון גבריאל האב איך עס געהערט.
שמואל האט אים באלד דערקלערט, פון גבריאל האב איך עס געהערט.
---
(פפפססס...) גבריאל זאג פארוואס, האסטו פאר שמואל געזאגט נאר דאס.
אז איך האב גע'גנב'עט איין ספר תורה, ס'איז שקר איום ונורא.
אז איך האב גע'גנב'עט איין ספר תורה, ס'איז שקר איום ונורא.
גבריאל ענטפערט אים גלייך, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אזא זאך.
איך האב נישט געזאגט קיין ספר תורה ניין, נאר סתם א ספר אליין.
איך האב נישט געזאגט קיין ספר תורה ניין, נאר סתם א ספר אליין.
דער רב אינגאצן צושוידערט ווערט ער, א מאדנע בלבול אויף אים הערט ער.
גבריאל האט אים באלד דערקלערט, פון עזריאל האב איך עס געהערט.
גבריאל האט אים באלד דערקלערט, פון עזריאל האב איך עס געהערט.
---
זאג נאר עזריאל. זאג פארוואס, האסטו פאר גבריאל געזאגט נאר דאס.
אז איך האב גע'גנב'עט א ספר אליין, ס'איז דאך ממש נישט אמת ניין.
אז איך האב גע'גנב'עט א ספר אליין, ס'איז דאך נישט אמת ניין.
עזריאל ענטפערט אים גלייך, איך האב געזאגט אינגאנצן אן אנדערע זאך.
אז יענע וואך שבת אין יענע שטאט דארט, האט איר געזאגט א גוט ווארט.
אז יענע וואך שבת אין יענע שטאט דארט, האט איר געזאגט א גוט ווארט.
אין יענע וואך שבת אין יענעם שטעטל, האט איר געזאגט א דרשה ביים ברעטל.
ס'איז טאקע געווען גאר א שיינע תורה, גע'גנב'עט פון א ספר לכאורה.
כ'האב געזאגט ס'איז געוועזען א שיינע תורה, גע'גנב'עט פון א ספר לכאורה.
איז געקומען עזריאל, און ער האט געזאגט פאר גבריאל. און גבריאל האט געזאגט פאר שמואל, און שמואל האט געזאגט פאר יחיאל. און יחיאל האט געזאגט פארן גאנצן בית מדרש.
און די מעשה איז געלאפן בחפזון, געווארן אויפגעבלאזן.
און די מעשה איז געלאפן בחפזון, געווארן אויפגעבלאזן.
---
א באקאנטן כלל, וואס ס'שטייט אין חז"ל, לשון הרע נעמט מען אן איבעראל.
דער מספר דערציילט נאר א קליינע זאך, יעדער לייגט צו אסאך.
דער מספר דערציילט נאר א קליינע זאך, יעדער לייגט צו אסאך.
דער לייגט צו פעפער דער לייגט צו זאלץ, דער לייגט צו פיטער דער לייגט צו שמאלץ.
דער איז מוסיף א קילא, דער איז מוסיף א גראם, יענעם איז מען שופך דם.
דער איז מוסיף א אנס, דער איז מוסיף א פונט, מען מאכט דערפון א גרויסן ווינט.
איינער זאגט כ'האב געהערט וואס איז געשען, דער צווייטער זאגט שוין איך בין דארט געווען.
דער דריטער זאגט כ'האב אליין געזען, כ'האב אפילו עדות צען.
פון א שיינעם תורה וואס מ'הערט, א גניבת ספר תורה ווערט.
---
אלעס האט זיך אנגעפאנגן פון עזריאל, עזריאל האט געזאגט פאר יחיאל. יחיאל האט געזאגט פאר שטיין, שטיין האט געזאגט פאר קליין. קליין האט געזאגט פאר כהן, כהן האט געזאגט פאר לוי, לוי פאר ישראל, און די גאנצע שטאט רעדט שוין ס'טוט זיך א בהלה.
די מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגן, מען האט עס נאר אויסגעצויגן.
די מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגן, מען האט עס נאר אויסגעצויגן.
-----
די ניגון הייסט אויסגעצויגן, ס'איז טרעק 03 פון א גוטע נשמה.
דער עצם ניגון איז דער בלעטעלע ניגון פון יום טוב ערליך.