בקשה שיר ישן באידיש

  • הוסף לסימניות
  • #1
יש שיר ישן באידיש שמתחיל : איך בין גיוען אלט דרייצן יאר .
מסופר על בעל תשובה -אשמח מי שיוכל להעלות אותו
 
  • הוסף לסימניות
  • #2
בין איך געווען א וואויל יונגל ביז גאר...
יכול להיות שמסופר שם הוא הגיע לרבי מבעלזא?
אם כן, יש לי את המילים
 
  • הוסף לסימניות
  • #4
סליחה,
זה דחוף עוד לפני החג?
 
  • הוסף לסימניות
  • #12
בעל תשובה גראמען

פזמון

מיטן גאנצן הארצן וועל איך אצינדער תשובה טאן
מיטן גאנצן הארצן וועל איך אצינדער תשובה טאן

א
אך, מיינע ליבע אידן,איך וויל אייך מיטטיילן
מיין לעבנ'ס ביאגראפיע אייך ערציילן,
כדי צו וויסן/פון וועמען זיך צו היטן
אין נעץ אריין נישט לאזן זיך פאנגען.

ביז ווען איך בין אלט געווארן דרייצן יאר,
בין איך געוועזן א וואויל יונגל ביז גאר,
געלערנט בחמימות/מיט גרויס תמימות
בדרך הישר בין איך געגאנגען.

שפעטער מיט א קורצע צייט,
ווערנדיג אביסעלע עלטער,
האב איך געוואלט זיין צו גאט און צו לייט,
בין איך געווארן אביסעלע קעלטער,

און די צייטן/טוהען זיך בייטן,
צום באשעפער טוהט מיך צוריק ציהען

...פזמון...
ב
איך האב אנגעהויבן ארום צו רוישן,
מיט שלעכטע חברים ארום צו פלוישן,
זיי האבן געמאכט מיט מיר/א שיעור
אין די לעזע הויזע אריין צו גיין,

זיי האבן מיר איבערגעגעבן,
אז א יונגער בחור דארף מאכן א לעבן,
ווי לאנג ביזט יונג/טאנץ און שפרינג,
קיין שום זאך זאל דיר נישט אנגיין,
לעז א דורך אלע ביכלעך,
דאס וועט זיין פאר דיר א סחורה,
טוה אויס דיינע קינדערישע שיכלעך,
און האב פאר קיינעם קיין מורא

און די צייטן/טוהען זיך בייטן
צום באשעפער טוהט מיך צוריק ציהען...

...פזמון...
ג
ווען איך האב אלע ביכלעך אדורך געלעזן,
א פארטיגע כלי בין איך דאן געוועזן,
אין טיאטער געגאנגען/צוגעהערט טרייפענע געזאנגען
דאס איז געווען מיין גרעסטע הנאה,
פון א הייסן מזרחי'סט,
בין איך געווארן א ציונ'יסט
מיט אלע יונגען/ארומגגעשפרונגען
א יונג מיט געפרעסטע הויזן,

הורה געטאנצן גאנצע נעכט,
און געווארן א גאנצער אפיקורוס,
געטע'נעט אז הרצל איז גערעכט
און זיך אויסגעלאכט פון אלע אלטע דורות

און די צייטן/טוהען זיך בייטן
צום באשעפער טוהט מיך צוריק ציהען.

...פזמון...
ד
עס האט מיך נישט געלאזט רוהען,
עס האט מיך געטאן אריינציהען,
אויף אלע מיסטן/מיט די ציונ'יסטן
מיט זיי געטאן פארקערן,

קיינער האט איבער מיר נישט געהאט קיין דעה,
נישט איבערגעלאזט קיין סימן פאה,
אנגעהויבן שטאלצירן/ ס'האט מיך געטאן פארפירן,
קיינער האט מיך נישט געטאן שטערן,

אויף ערליכע אידן געווארפן א שנאה,
און אויסגעטאן דעם טלית קטן,
געלאזט וואקסן א טשופרינע,
גאנצע נעכט געשפילט קארטן,

אוי באשעפער, האב רחמנות, טוה מיך צו דיר צוריק ציהען.

...פזמון...
ה
איך האב געווארפן אויף דערהיים א שנאה,
און געוואלט פארן אויף פאלעסטינע
וועלטן רעגירט/אויסשטודירט,
רייזע פארטיג בין איך דאן געוועזן,

דעם טאטנ'ס רייד נישט געהערט,
וואס ער האט געזאגט האב איך געטאן פארקערט,
א וואויל שטיקל סחורה/א בן סורר ומורה,
אזוי ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה,

אנגערעדט האב איך מיינע גוטע ברידער,
זעהסט דאך אז דיין טאטע איז פארנארט,
וואס מאכט ער אזא גרויס גערודער?
פארגעשריטן הייסט ביי אים פארנארט,

אוי באשעפער, האב רחמנות, טוה מיך צו דיר צוריק ציהען,

...פזמון...
ו
אזוי האט דאס מיך געטאן אריינציהען,
עס האט מיך נישט געלאזט רוהען,
מיינע יונגע יארן/זענען נעבעך אפגעפארן,
מיט בלויז שטותים והבלים,

דאס האט מיך געטאן אנראטן
דער שלעכטער בייזער שטן,
מיט שלעכטע חברותא/מיט חברים מיאוסע
מיט זיי האב איך געשליסן שלום,

אצינד טוה איך ערשט זעהן,
פון בייזער חלום אויפוואכן,
ווי פארנארט בין איך געווען
אלע חברים טוהען מיר אויסלאכן,

אוי באשעפער, האב רחמנות, טוה מיך צו דיר צוריק ציהען.

...פזמון...
ז
יעצט טוה איך די אויגן אויפמאכן
פון לאנגן שלאף טוה איך אויפוואכן,
יעצט טוה איך שפירן/ווי ווייט פארפירן
די חברים האבן מיך געוואלט אריינציהען,

אויך אקעגן אזא גרויסער הערשער,
אקעגן דעם הייליגן באשעפער,
האב איך נידעריגע בריה/נישט געהאט קיין ידיעה,
איך בין פון רעכטן וועג אראפ,

בעט איך יעצט באשעפער ביי דיר,
זאלסט מיר דעם רעכטן וועג באשערן,
איך וועל שוין נישט זיין ווי פריער,
די חכמים'ס רייד וועל איך שוין הערן,

אוי באשעפער, מאב רחמנות, טוה מיך צו דיר צוריק ציהען,

...פזמון...
ח
אזוי האב איך געפירט פון אלף ביז תיו,
ביז איך בין געפארן צום הייליגן בעלזער רב,
שטיין אין די שורה/צו זעהן די הייליגע צורה,
דער פסטוך פון די היילגע שאף,

שטויסן זיך ביים טיש און אויף די באנק,
נישט אינזינען געהאט קיין שלעכטן געדאנק,
געכאפט שיריים/געטרונקען לחיים
אזא טעם שוין נישט געפילט לאנג,

יראת שמים זעהט מען דארט
אן א שיעור און אן א ערך,
אין יעדן ווינקל אין יעדן ארט,
חסידים כפתור ופרח,

הוי באשעפער, האב רחמנות, טוה מיך צו דיר צוריק קערן

...פזמון...
 
  • הוסף לסימניות
  • #13
  • הוסף לסימניות
  • #20
שוב תודה מעומק הלב !
מי יודע מי חיבר את השיר "?
בעל תשובה ניגון.PNG
 

פרוגבוט

תוכן שיווקי
פרסומת

פוסטים חדשים שאולי לא קראת....

אשכולות דומים

הצטרפות לניוזלטר

איזה כיף שהצטרפתם לניוזלטר שלנו!

מעכשיו, תהיו הראשונים לקבל את כל העדכונים, החדשות, ההפתעות בלעדיות, והתכנים הכי חמים שלנו בפרוג!

לוח מודעות

הפרק היומי

הפרק היומי! כל ערב פרק תהילים חדש. הצטרפו אלינו לקריאת תהילים משותפת!


תהילים פרק כה

אלְדָוִד אֵלֶיךָ יי נַפְשִׁי אֶשָּׂא:באֱלֹהַי בְּךָ בָטַחְתִּי אַל אֵבוֹשָׁה אַל יַעַלְצוּ אֹיְבַי לִי:גגַּם כָּל קוֶֹיךָ לֹא יֵבֹשׁוּ יֵבֹשׁוּ הַבּוֹגְדִים רֵיקָם:דדְּרָכֶיךָ יי הוֹדִיעֵנִי אֹרְחוֹתֶיךָ לַמְּדֵנִי:ההַדְרִיכֵנִי בַאֲמִתֶּךָ וְלַמְּדֵנִי כִּי אַתָּה אֱלֹהֵי יִשְׁעִי אוֹתְךָ קִוִּיתִי כָּל הַיּוֹם:וזְכֹר רַחֲמֶיךָ יי וַחֲסָדֶיךָ כִּי מֵעוֹלָם הֵמָּה:זחַטֹּאות נְעוּרַי וּפְשָׁעַי אַל תִּזְכֹּר כְּחַסְדְּךָ זְכָר לִי אַתָּה לְמַעַן טוּבְךָ יי:חטוֹב וְיָשָׁר יי עַל כֵּן יוֹרֶה חַטָּאִים בַּדָּרֶךְ:טיַדְרֵךְ עֲנָוִים בַּמִּשְׁפָּט וִילַמֵּד עֲנָוִים דַּרְכּוֹ:יכָּל אָרְחוֹת יי חֶסֶד וֶאֱמֶת לְנֹצְרֵי בְרִיתוֹ וְעֵדֹתָיו:יאלְמַעַן שִׁמְךָ יי וְסָלַחְתָּ לַעֲוֹנִי כִּי רַב הוּא:יבמִי זֶה הָאִישׁ יְרֵא יי יוֹרֶנּוּ בְּדֶרֶךְ יִבְחָר:יגנַפְשׁוֹ בְּטוֹב תָּלִין וְזַרְעוֹ יִירַשׁ אָרֶץ:ידסוֹד יי לִירֵאָיו וּבְרִיתוֹ לְהוֹדִיעָם:טועֵינַי תָּמִיד אֶל יי כִּי הוּא יוֹצִיא מֵרֶשֶׁת רַגְלָי:טזפְּנֵה אֵלַי וְחָנֵּנִי כִּי יָחִיד וְעָנִי אָנִי:יזצָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי:יחרְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי:יטרְאֵה אוֹיְבַי כִּי רָבּוּ וְשִׂנְאַת חָמָס שְׂנֵאוּנִי:כשָׁמְרָה נַפְשִׁי וְהַצִּילֵנִי אַל אֵבוֹשׁ כִּי חָסִיתִי בָךְ:כאתֹּם וָיֹשֶׁר יִצְּרוּנִי כִּי קִוִּיתִיךָ:כבפְּדֵה אֱלֹהִים אֶת יִשְׂרָאֵל מִכֹּל צָרוֹתָיו:
נקרא  2  פעמים
למעלה